א חידוש אין PPC

פיל עמעזאן סעללערס פלאגן זיך מיט די נושא פון PPC.
דא שטעלט Melamdo צו א לייכטע איבערזיכט אויף PPC און אלעס ארום דעם:
- וואס איז דאס PPC?
PPC איז ראשי תיבות Pay per Click.
טאמער א פראדוקט קומט נישט ארויף אויף עמעזאן’ס קעטעלאג פאר אלע keywords, האט מען א ברירה צו באצאלן עמעזאן אז זיי זאלן ווייזן דעם אייטעם פאר קאסטומערס וואס ווילן עס קויפן.
אין אנדערע ווערטער, דו קענסט באצאלן עמעזאן צו ווייזן דיין פראדוקט, און דורך דעם מאכן מער סעילס.
- וואס פארדינסטו פון PPC Management?
PPC וועט הייבן סעילס, מאכן דיין פראדוקט מער מערקבאר, און צילן דיינע בעסטע קאסטומערס.
די פראבלעם איז אז אין לעצטערע יארן זעהט מען אסאך מער כינעזער סעללערס אויף עמעזאן. בדרך כלל באקומען זיי די פראדוקטן פאר פיל ביליגערע פרייזן, דעריבער קענען זיי זיך ערלויבן צו אויסגעבן מער געלט אויף PPC. מער און מער סעללערס שפירן אז דאס האט זייער געהויבן די קאסטן פון PPC. (אינאיינוועגס אראפגעברענגט די רווחים פון אינוועסטירן אין PPC)
שטעלט זיך דער פראגע, דו זיכסט דאך צו מאכן ריווח, און PPC management איז אן expense.
וואס האסטו פון צאלן פאר PPC, עס ציפט דאך אראפ פון דיינע פארדינסטן?
- Melamdo טרעפט אויס א חידוש
מען דארף פארשטיין אז גוטע PPC management פאדערט א ברייטע בליק.
גוטע PPC management צילט נישט נאר צו מאכן סעילס אויפן מינוט, ווייל דאן שניידט עס טאקע אריין אין די פארדינסטן. בעיקר ארבעט מען אויף keywords און אז די פראדוקט זאל ארויפקומען העכער ביי searches.
די געדאנק איז אז ווי מער מענטשן זעען די פראדוקט, און דווקא אזעלכע קונים וואס זיכן דאס, אלס מער וועט זיך דאס פארקויפן. דאס וועט טרייבן העכערע organic rankings, וואס דאס ברענגט אז עמעזאן וועט דאס אויטאמאטיש ווייזן ביי די געוואונטשענע keywords אן דעם וואס איר זאלט צאלן פאר PPC יעדעס מאל!!
- פארוואס דווקא Melamdo?
מיר האבן אינזין אייער באטא”ם ליי”ן איבער אלעם. אונזערע PPC קאמפיינס זענען אויסגערעכענט צו ברענגען די גרעסטע פארדינסטן מעגליך.
וויאזוי?
אן אלגעמיינע PPC Management קאמפאני וועט צום ערשט עפענען 3-5 פארצווייגטע קאמפיינס. לויט די רעזולטאטן, וועלן זיי ווייטער פלאנען א סטראטעגיע.
מיר האבן אויסגעארבעט א מהלך צו עפענען נאר 2-3 געצילטע ברענד קאמפיינס בעיקר דורך ווייזען ווידאוס פון א שטארקע פוינט אז קאסטומערס זאלן האבן א רייץ צו קויפן ענקערע פראדוקטס.
בעז”ה האט דער צוגאנג שוין געברענגט פאר Melamdo’ס קליענטן געוואלדיגע העכערונגען אין סעילס און רווחים.
די רעזולטאטן רעדן פאר זיך אליינס!
זענט איר אינטערעסירט אין נוצן AI צו העלפן מיט PPC bulk campaigns?
מיר פרייען זיך צו מיטטיילן א מורא’דיגע הצלחה וואס מיר האבן בסייעתא דשמיא געהאט מיט א קליענט’ס עמעזאן אקאונט.
דורך געצילטע PPC management, האבן מיר געארבעט סטראטעגיש צו רעדוצירן PPC קאסטן מיט מעהר פון 50%. אויך האבן מיר פארמינערט די ( Advertising Cost of Sales (ACOS און מיט דעם פארבעסערט די אלגעמיינעם רווחים.


ווי איר זעהט, אין אנהויב, האבן די דראסטישע שריט געפירט צו א צייטווייליגע 20% פארשטייטערונג אין סעילס. דאס געשעהט אפט ווען מען מאכט א גרויסע טויש.


אבער ב”ה מען איז גאנץ שנעל ארויסגעקראכן פון דעם פאזע, און די באריכטן צייגן א סטאבילן וואוקס אין סעילס מיט שטייגנדע מאמענטום!
נאכמער, אונזער קליענט זעהט ב”ה פארמערטע פארדינסטן, וואס דאס איז די בעסטע באווייז אויפן הצלחה פון אונזער מהלך!
ווארט געשפאנט אויף נאך פראקטישע עצות און טיפס.
אויף ווידערזעהן אי”ה בקרוב,
גדלי’